דיסק חדש 'ונקדשתי' | לשמוע | להתרגש

עטיפת הדיסק

ונקדשתי
לחן: שלמה קאליש, מילים: ברוך גנזלר, ביצוע: משה הומינר, הפקה מוזיקלית: ארי פרקש

להורדה/האזנה חינם לחץ כאן

 

עולם הבא
לחן: פנחס מרדכי וועבער, מילים: שמעון קפל, ביצוע: אברהם מושקוביץ, הפקה מוזיקלית: ארי פרקש

להורדה/האזנה חינם לחץ כאן

לשמיעת דברי מרן פוסק הדור הגר"ש ואזנר שליט"א – לחץ כאן

"ונקדשתי" בתוך בני ישראל

טאטא זיסער איך האב נישט קיין כח
די טרדות און פרנסה, פארנעמען די גאנצע מח
טאג טעגליך, די קינדערלעך, צווייניען זיך – טאטא טאטא
מה נאכל מעתה

בערום ובחוסר, אין טרף להביא
שכר לימוד, שפייז און קליידונג, נישטא פון ווי
קיין ארבעט, האב איך נישט, שועת עניים תשמע
הער זיך צי, צו מיין פארווייטיגטע שטומע

ס'איז טאקע פארהאן פאכן אסאך
נישט אלץ איז כשר, נישט אלץ איז גלאך
א ארבעט וואס פארמאגט נסיונות טעג טעגליך
צו בלייבען ערליך, איז ממש נישט מעגליך

מענטשען האבן געמיינט, נישט פאר מיר וועט עס געשען
די ביטערע תוצאות, אויף זיך אליין געזען
אז גדולי ישראל זאגן הוא השטן הוא עמלק
איז אנדערשט נישט שייך, חד וחלק

פזמון. אוי יודעלע ווי קענסטו דאס פארלאנגן
אזוי פיעהל נשמות פון די וועג אראפ געגאנגען
האב רחמנות אויף דיינע קינדערלעך, אויף דיין הייליג נפש
באנדעלסט דאך מיט שמיץ, מיט טיט ורפש

פזמון. ועשית ככל אשר יורוך
מיט מסירות נפש יעדן טאג און יעדן שעה
והייתם לי סגולה מכל העמים
יודיש קינד, זיי מקדש שם שמים

שטענדיג בעט, על אלה אני בוכיה
והצלת נפשי משאול תחתיה
בעט, א הייליג שטוב זאל זיך בויען אויף די בחינה
א בית מקדש מעט פון השראת השכינה

ייעדע נסיון, ס'קען אויך זיין פון געלט
וועט מיר נישט ארויס רייסן פון באשעפער'ס געצעלט
די אייבירשט'ענס באפעל – והייתם קדושים
נאר אזוי האט א מענטש א ייודישע רושם.

אז מטראכט נאר אריין – זכור אהבת קדומים
אונזערע עלטרן און זיידעס – החסידים והתמימים
קהילות הקודש שמסרו נפשם
על קדושת השם

די חלק אלוק קען קיינמאל נישט פארלוירן גיין
אויך ווען די רשע האט פארטריבן די יודין און לאגער אריין
ציבליטיגט און צישאחטן, אבער אלץ די אמונה מ'האט
אז שמע ישראל ה' אחד

אלוקים אל דמי לך
ראה נא הצאן, קוק האן דיין שעפעלעך
כי הנה אויבך יהמיון
ומשנאיך נשאו ראש

די אויס גיטרויטענע, הייליג וועג
מיט נעמען מיט זיך אלע טעג
ביי יעדע מצב, אפילו ס'איז שווער אהן קיין צאל
פארגעס נישט דיין שטאם – בני בכורי ישראל.

פזמון. אוי יודעלע ווי קענסטו דאס פארלאנגן
אזוי פיעהל נשמות פון די וועג אראפ געגאנגען
האב רחמנות אויף דיינע קינדערלעך, אויף דיין הייליגע נפש
באנדעלסט דאך מיט שמיץ, מיט טיט ורפש

פזמון. ועשית ככל אשר יורוך
מיט מסירות נפש יעדן טאג און יעדן שעה
והייתם לי סגולה מכל העמים
יודיש קינד, זיי מקדש שם שמים

ועשו לי מקדש, ושכנתי בתוכם
פאר יעדער וואס וויל זיין זוכה
בקדושה וטהרה זיך היטן אלע מאל
ונקדשתי בתוך בני ישראל

זיך מיטשען און זיך פלאגן אלץ איז כדאי
צו בלייבן פארן באשעפער, א קינד געטריי
לפום צערא אגרא, זאגטמען צו דערפאר
אני ה' נאמן, לשלם שכר

*

עולם הבא

ארום די בעט מ'שטייט
מיט ביטערע דמעות מ'וויינט
פונם טאטן, זיי בעטן, אין די מינוטן
זאל זיין פאר זיי א מליץ א גוטן.
ס'קומט די מינוט
פון ואתה עתיד
ער גרייט זיך, ער געזעגנט זיך, פון אלע
ער גייט ארויף צום בית דין של מעלה.
דער סניגור, נעמט דאס ווארט
אזוי פיל מצוות געטוהן דארט
אן קיין ספק, איך בין זיכער
א בן עולם הבא אודאי איז ער.
אבער, דער קטיגור
שרייט איך בין נישט מוותר
נישט הייליג, געפירט
מיט שמוץ זיין נשמה האט ער געשמירט
ווייל מיט א טמא'נע כלי גענוצט.
על דעת המקום ועל דעת הקהל
כשם שפוסקים בבית דין של מטה
כך פוסקים בבית דין של מעלה
דער שבט הלוי דער גדול
וואס פוסק הדור איז זיין טיטל
זיין דיבור האט א כח אין הימל
ביי א דרשה ער האט געזאגט א ווארט
ווער ס'די טמא'נע כלים האט
אין לו חלק לעולם הבא – - -
אוי וויי, ער וויינט בדמעות
פארוואס איך האב פארברענט מיינע שעות
מיט שטותים, מיט תירוצים
איך האב נישט געפאלגט די צדיקים
ברודערלעך, טייערע,
תשובה צו טוהן – מיר האבן נאך די ברירה
זיך היטן, די מינוטן
און אלע וועגן זיין הייליג
אין עוה"ב זאלן מיר האבן א חלק

(דברי מרן פוסק הדור הגר"ש ואזנר שליט"א
נאמרו בדרשת שבת שובה תשע"ג)

כתיבת תגובה

האימייל לא יוצג באתר. (*) שדות חובה מסומנים

תגי HTML מותרים: <a href="" title=""> <abbr title=""> <acronym title=""> <b> <blockquote cite=""> <cite> <code> <del datetime=""> <em> <i> <q cite=""> <strike> <strong>