"העבר עיני מראות שוא"

"העבר עיני מראות שוא"

אין דער נאכט פון איינע פון די גוי'אישע חגאות אין יארע 2001 למס', האבן אלע דאקטורים און פראפעסארן אין איינע פון די גרויסע ניו יארקער שפיטעלער גענומען אורלויב. מען האט בלויז איבערגעלאזט פראפעסער אדלער אז ער זאל בלייבן אכטונג געבן אויף דעם ספעציפישן שטאק וואו עס ליגן די כראניש שווער-קראנקע פאציענטן.

איידערן זיך געזעגענען, האט דער הויפט פראפעסער פון דער אפטיילונג אריינגערופן פראפעסאר אדלער אין זיין ביורא און קלאר אנגעזאגט: "די נאכט דארף דא אדורכצוגיין זייער רואיג און שטיל. ווילאנג אלע קראנקע שלאפן, איז אלעס בסדר און דו וועסט זיך קענען אן עצה געבן אליינס. איינמאל איינער וועקט זיך אויף און ער הייבט אָן שרייען, וועט דאס אויפוועקן די אנדערע און עס וועט זיך אנהייבן א בהלה וואס דעמאלטס קען ווערן א מצב פון 'סכנת נפשות'.

“אלזא, ווי נאר איינער וועקט זיך אויף, זאלסטו מיך גלייך רופן אויף מיין פריוואטן סעלפאן, און דער גאנצער סטעף וועט זיין דא ביז געציילטע מינוטן צו שטעלן דעם מצב אונטער קאנטראל."

אלע דאקטוירים זענען טאקע אהיים און פראפעסער אדלער איז געבליבן דארט אליינס. ב"ה, די נאכט האט זיך אנגעהויבן זייער רואיג; דער גאנצער שטאק איז געווען איינגעהילט אין א שלאף און פראפעסער אדלער האט זיך געמיטליכערהייט געזעצט ליינען א צייטונג. עס האט שוין אויסגעזען ווי די נאכט וועט זיך שוין אזוי ענדיגן.

אלע צרות האבן זיך אנגעהויבן איינס אזייגער נאך האלבער נאכט. איין קראנקער האט זיך אויפגעוועקט און ער האט אנגעהויבן שרייען מיט יאמערליכע קולות. פראפעסער אדלער איז געווען זייער א געטרייער, און צו דעם זייער א גרויסער מומחה. ער איז גלייך אריינגעלאפן צו דעם קראנקן, געקוקט אויף זיינע מאשינען און גלייך אנגעהויבן מיט די נויטיגע איינשפריצונגען. ווי ער האלט נאך אינמיטן מיט דעם קראנקען, האבן זיך שוין נאך אפאר פאציענטן אויפגעוועקט און פראפעסער אדלער איז שנעל געלאפן זיי באהאנדלען.

אבער צוביסלעך האבן זיך מער און מער קראנקע אויפגעוועקט. פראפעסער אדלער איז ארומגעלאפן פון בעט צו בעט און פון קראנקן צו קראנקן; גרויסע עפלעך פון שווייס האבן גערינען פון זיין רויטן שטערן; זיין לונגען האבן געאטעמט ווי א דאמף-וואגאן ווען ער איז פארסאפערטערהייט ארומגעלאפן פון פאציענט צו פאציענט זיי צו באהאנדלען. צוביסלעך איז עס געווארן שווערער און שווערער, און עס איז טאקע אוממעגליך געווען פאר אים אליינס צו באהאנדלען די הונדערטער קראנקע.

האלב-נאך-דריי האט דער אומגליק פאסירט. טראץ די גרויסע באמיאונגען פון פראפעסער אדלער, האט איין קראנקער נעבאך אויסגעהויכט זיין נשמה שרייענדיג פאר הילף. במשך די קומענדיגע פּאָר שעה האבן נאך צוויי געאטעמעט זייער לעצטע אטעם און אויפגעהערט שרייען ביז די 'סטעף' איז צוריקגעקומען אינדערפרי…

למעשה האט מען אנגעקלאגט פראפעסער אדלער אויף די הארבע קלאגע פון "מארד!" און מעדיצינישע פארנאכלעסיגקייט. אין געריכט האט אדלער געוויינט און זיך געבעטן צום קאלטן ריכטער, שרייענדיג: "וואס האב איך געקענט טון? איך בין ארומגעלאפן פון איינעם צום צווייטן; איך האב געטון אלעס וואס איך האב נאר געקענט! איך האב זיך ממש איבערגעריסן מיינע כוחות! עס איז פשוט געווען ממש אוממעגליך פאר מיר אליינס צו באהאנדלען א גאנצע שטאק, און צוליב דעם איז געשען וואס איז געשען!"

אבער דער ריכטער האט אים אפילו נישט אנגעקוקט: "ווער האט דיר געהייסן אלעס אליינס צו באהאנדלען?!? ווער האט דען געזאגט אז דו דארפסט אליינס קענען? מען האט דיר געהייסן אז ווי נאר עס הייבט זיך אָן דער מינדעסטער פראבלעם, זאלסטו גלייך רופן פאר הילף! ווער האט דיר געהייסן אליינס 'קעיר' נעמען? פארוואס האסטו נישט גערופן פאר הילף???

“דאס איז פארנאכלעסיגקייט פון ערגסטן פארנעם, און דערפאר גיב איך דיר "לעבנסלענגליכע טורמע”!!!

“די זעלבע טענה" – האט הגה"צ המשפיע רבי שמשון פינקוס זצ"ל אויסגעשריגן – "קען מען האבן אויף אונז!"

מיר וועלן שרייען אז די נסיונות פון שמירת עינים זענען געווען צו שווער, מיר האבן זיי נישט געקענט אליינס ביישטיין. אוודאי נישט! ווער האט דיר געבעטן זיי אליינס בייצושטיין? ווער האט אמאל געזאגט אז דו קענסט אליינס???

עס איז גארנישט קיין סוד; עס שטייט בפירוש: "אלמלא הקדוש ברוך הוא עוזרו – אינו יכול לו!". עס איז דא אויף דיר נאר איין טענה. פארוואס האסטו נישט געבעטן פאר הילף?

א איד דארף וויסן דעם כלל אז "איך קען נישט אליינס! – ביי יעדע נסיון דארף איך מתפלל זיין צום אייבערשטן ער זאל מיך העלפן!" ער הערט מיר אויס, און שטייט גרייט מיר צו העלפן 24/7 קרוב ה' לכל קוראיו…!!!

אויב דאס העלפט אפילו אין עקסטרעמע פעלער, ווען מען איז שוין רח"ל קשורה בו ככלב, איז אוודאי און אוודאי אז דאס העלפט ווען מען האלט נאכנישט דארטן ממש. אויב מען שטעלט דעם פראנט קעגן דעם שונא ביי די גרעניצן פון לאנד, ווערן די גרויסע שטעט קיינמאל נישט חרוב, משא"כ איז ווען דער שונא שטייט שוין רח"ל ביי די טיר פון די הויפטשטאט.

אלזא לאמיר שוין ארויסנעמען דעם מאכטפולן וואפן און דאס ניצן נישט אריינצופאלן אינעם נעץ פונעם יצר הרע.

לאמיר געדענקען: אָן א מלחמה גייט עס נישט! אבער מיר קענען נישט אליינס פירן די מלחמה; מיר דארפן כסדר בעטן און בעטן (תהלים קיט, לז): הַעֲבֵר עֵינַי מֵרְאוֹת שָׁוְא!

לאמיר צוענדיגן מיט א שטיקעלע כלי יקר אין פרשת ויצא, וואו ער אנטפלעקט אונז, אז יעקב אבינו עליו השלום, דער בחיר שבאבות, האט שוין אויך געוואוסט דעם סוד און ער האט דערויף מתפלל געווען:

(כ) אם יהיה אלקים עמדי וגו'. חלילה לומר שהיה יעקב מסופק בהבטחת השי"ת כי כבר אמר לו והנה אנכי עמך ושמרתיך בכל אשר תלך, אלא ביאור הענין הוא שיעקב לא בקש כלל על שמירת הגוף שכבר הובטח בו, אלא בקש עכשיו על שמירת הנפש מן החטא!

והעד על זה…. מכל אלו נוכל ללמד שיעקב לא ביקש כי אם על שמירת הנפש מן החטא, כי זה דבר התלוי בבחירתו של אדם וצריך גם עזר אלקי, שכן התפלל דוד ואמר (תהלים קיט.לז) העבר עיני מראות שוא!

ולפי שההליכה בדרך התורה תלוי בבחירתו של אדם, ע"כ הוסיף מלת אנכי ואמר אשר אנכי הולך, כי בי תלוי הדבר – בצירוף העזר האלקי, אשר עליו אמר ושמרני. ולכך אמר ושבתי בשלום שלם מן החטא, ותלה ההשבה בעצמו כי הדבר תלוי בבחירתו כאמור.

אלזא לאמיר בעטן און בעטן איינמאל און נאכאמאל: הייליגער באשעפער העלף אונז! העבר עיני מראות שוא!!!

כתיבת תגובה

האימייל לא יוצג באתר. (*) שדות חובה מסומנים

תגי HTML מותרים: <a href="" title=""> <abbr title=""> <acronym title=""> <b> <blockquote cite=""> <cite> <code> <del datetime=""> <em> <i> <q cite=""> <strike> <strong>